simulacrum420's Journal
[Most Recent Entries]
[Calendar View]
[Friends]
Below are the 4 most recent journal entries recorded in
simulacrum420's LiveJournal:
| Monday, December 19th, 2005 | | 12:06 pm |
Вот оригинал миниатюры Ихила Шрайбмана, чей русский перевод был опубликован ранее: יחיאל שרײַבמאַן
אַ האָזימע ( Полный текст ) ־יאָ. כ'האָב גאָר פֿאַרגעסן. ס'גלאַװנע, בשעת מע מאַכט די האָזימע דאַרף מען די גאַנצע צײַט האַלטן אין דער מחשבֿה, זי זאָל געראָטן, זי זאָל זײַן באַטעמט און זי זאָל נושׂה־חן זײַן, זון מײַנער... </b> ( Read more... ) | | Monday, December 12th, 2005 | | 9:46 pm |
יחיאל שרײַבמאַן
חלוצים ( Дальше ) כ'האָב דעמאָלט געדינט אין דער רומענישער אַרמײ, אין יאָסער רעגימענט "דױ טראַנסמיסיוני". נאָכן נאַציִאָנאַלן רומענישן יום־טובֿ "צענטער מײַ" און נאָכן אָפּגעבן די שבֿועה, דורך אַ יאָסער רבֿ, דעם קיסר און דעם רבונו־של־עולם, האָט מען בײַ אונדז, באַסאַראַבער ייִדישע ייִנגלעך, צוריקגענומען די ביקסן, אױסגעטאָן אונדז די גרינע מלבושים, אַראָפּגעבראַכט פֿונעם קאַזאַרמע־בױדעם אונדזערע אײגענע שמאַטעס און אונדז אַװעקגעשיקט צופֿוס אַ צען קילאָמעטער נאָך יאָס צו אַ פּריץ אױף "מונקאַ קימפּעלוי".
אײן אױס־סאָלדאַט אונדזערער האָט אױפֿן װעג פּלוצעם אַ געשרײ געטאָן:
־ זעט נאָר, חבֿרה... חלוצים... זײ מאַכן דאָ די האַכשאַראַ... דערנאָך װעלן זײ אַװעקפֿאָרן קײן פּאַלעסטינע אױפֿשטעלן דאָס ייִדישע לאַנד...
־ פֿון װאַנען װײסטו עס? ־ האָט מען אים געפֿרעגט.
־ װאָס זשע, איך זע נישט? כ'בין בלינדן? ־ איז דאָס געװען דער לאָגישסטער ענטפֿער.
מיט הױך־פֿאַרהױבענע פֿאַרשטעקטע קלײדלעך, מיט די נאַקעטע פֿיס אין דער ריטשקע, האָבן דרײַ קורצגעשױרענע מײדלעך געזשמיקעט גרעט אױף װײַסע פּלאַטשיקע שטײנער. לעבן אַ פּאָר לײַװנטענע געצעלטלעך האָבן זיך צװישן צװײ ציגל גערױכערט צוגעדושעטע האָלעװעשקעס. אין די הױלע לײַבער, בלױז מיט קורצע הײזלעך אױף זיך, האָבן ייִנגלעך און מײדלעך (די מײדלעך, פֿאַרשטײט זיך, אין ליפֿטשיקלעך) געפּראַשעװעט רײ נאָך רײ יונגע פּאַפּעשױעס. מײדלעך זענען געזעסן אַרום אַ קעסל און געשײלט קאַרטאָפֿליעס, געבראָקט קרױט. ייִנגלעך האָבן געבראַכט צו טראָגן אױף די פּלײצעס בינטלעך טרוקענע צװײַגלעך פֿונעם װעלדל.
מיר האָבן זיך אַװעקגעזעצט אױף אונדזערע סאָלדאטסקע קעסטלעך און באַטראַכט דאָס דאָזיקע בילד קעגן אונדז. אױפֿן האַרצן איז געװען אי פֿרײלעך (אױס! אַסקאָפּעט פֿונעם דינען!). אי טרױעריקלעך (פֿאַרװאָס זשע, פֿונדעסטװעגן, געטרױט מען אונדז נישט? װער זשע זענען מיר עס װער? גנבים? באַנדיטן? פֿאַרעטער?). כ'האָב פּאַװאָלינקע פֿאַרטשעפּעט אַ ספּריטנעם חלוץ אין מיטן זײַן רעשן. מיר האָבן זיך באַקענט, געגעבן זיך די הענט, איך האָב אים געזאָגט מײַן נאָמען, ער מיר ־ זײַן נאָמען: "באַרוך"!
־ זאָג זשע מיר נאָר ברוך לעבן ־ האָב איך אַ מאַך געטאָן ־ װאָס זשע װעט זײַן װײַטער?
־ װוּ װײַטער? ־ האָט ער מיר געענטפֿערט ־ דאָ װײַטער, צי דאָרט װײַטער?
־ דאָרט. דאָ.
־ דאָ, ־ האָט ער אַ װײַז געטאָן אױף אונדזערע קעסטלעך ־ זעסטעדעך װי מע שפּײַט אױף אונדז, מע דערנידעריקט אונדז, מע װײַזט אונדז אַז מיר זענען די סאַמע־סאַמע ערגסטע.
־ און דאָרטן? דינען די ענגלענדער, האַ?
־ װײסטעך ־ האָט ער געענטפֿערט ־ װי מע זאָגט אױף ייִדיש: "װײַטער האָט די קו אַן אײַטער". מיר װעלן דאָרט גראָבן מיט די נעגל די זאַמדן און די שטײנער, אָנפֿירן אַהין די בעסטע שװאַרצערד. אונדזערע קיבוצים װעלן פֿאַרמאָגן די שענסטע קי מיט די פֿולסטע אײַטערס אין דער װעלט.
־ חוץ אין בירעבידזשאַן, אין דער ייִדישער מלוכה בירעבידזשאַן, ־ האָב איך געזאָגט.
ער האָט זיך געײַלט און האָט מיר נישט געענטפֿערט. ער האָט זיך נאָר צעשמײכלט, איז אַװעק און פֿונדערװײַטנס מיר צוגעװאָרפֿן: ־ כאַ, כאַ, כאַ...
איך האָב אים מיט מײַן דעמלטיקער נאַיִװקײט צוריקגעװאָרפֿן: - כאַ, כאַ, כאַ...
אונדזערע בײדע כאַכײַען האָבן אין דער לופֿטן זיך באַגעגענט, איבערגעמישט זיך, אַ קײַקל געטאָן זיך אין אײנעם, װי אַ לײַכטער דונער. געקײַקלט זיך אײנס אױפֿן אַנדערן, געראַנגלט זיך אײנס מיטן אַנדערן, װי סע ראַנגלט זיך געלעכטער מיט געװײן.
1997 Примечания:
ראַשקעװ – Вадул Рашков, городок на берегу Днестра в Бессарабии (сейчас Молдова), где родился писатель. יאָס – столица Молдавии, тесно связана с зарождением еврейского театра. דױ טראַנסמיסיוני – рум. צװײ טראַנסמיסיעס מונקאַ קימפּעלוי – мунка кымпэлуй רומעניש ־ פֿעלד־אַרבעט געיעט - געפּראַשעװעט | | Friday, November 19th, 2004 | | 9:20 pm |
Mircea Dinescu נירװאַנאַ
אין דרום-אינדיִע װאַקסט אַ מין װוּנדערלעכער בױם, װאָס אַז אַ מענטש עסט אױף אַ פּאָר בלעטער פֿון אים, פֿילט ער זעכצן טעג קײן הונגער נישט
אונדזער טעגלעכן הונגער גיב אונדז, פֿאָטער אין הימל גיב אונדז קאַרטאָפֿל און ציבל און אַ קיך - װוּ ס'האָבן פֿאַרכלינעט זיך שױן אַזױ פֿיל מדינות און סלינע - אין װעלכער עס שפּוגלען אַלע געטער זיך אָפּ גליקלעך איז דער באַרבאָר - אױפֿן סאַמע ראַנד פֿון אימפּעריע װאָס מיט אַ דרײסטער האַנט רײַסט ער אָפּ אַ מאַרמאָרנעם װײַנטרױבן-הענגל אױפֿן קאַרניז פֿון דעם הײליקן טעמפּל
( Русский перевод ) מירטשאַ דינעסקו. איבערגעזעצט אױף בײדע שפּראַכן פֿון לעװ בערינסקי | | Tuesday, October 26th, 2004 | | 10:54 pm |
Литературная страничка
Mircea Dinescu
אינװענטאַריזאַציע פֿון דער פֿערטער װעלט
אַ קאַװענע-שאָלעכץ, װאָס שװימט איבער דעם באָספֿאָרוס פֿון מערישקעס; אַ צײַטונג, אין גאַנצן שױן עובר-בטל; אַ פֿאַרברױנט-אָפּגעשײלטער קאַרטאָפֿל; אַ קאָנסערװע-פּושקע פֿאַרזשאַװערט פֿון קינדער-טרערן; אַ מעסער, פֿאַרשאָלטן פֿון דעם פּױפּסט און דעם אױבסט; א געלעכערטע פֿלײטע אין דעם מױל בײַ דעם רינשטאָק אַ שטיבלעט מיט דער פּערספּעקטיװ אױף ים; אַ פֿלעשל פֿון װעלכן ס'איז אױסגעזױגן דער זון, אַ היסטערישע לימענע דער לעצטער שאַנס דײַנער, דו, קאָלומבוס פֿון מיסטפּלעצער און גריבער, דו, לײענער אין די שטערן אױף פֿליגל פֿון זשוקעס די װעלט קען נאָך אױפֿלעבן אױף ס'נײַ - דו מוזסט בלױז אָנערקענען אַז דאָס אַלץ איז נישט קײן: לימענע, פֿלעשל, שטיבלעט, געלעכערטע פֿלײטע מעסער, צײַטונג, קאָנסערװע-פּושקע, קאַרטאָפֿל קאַװענע-שאָלעכץ...
( Русский перевод ) |
|